http://www2.polskieradio.pl/eo/dokument.aspx?iid=164075

וועגן דעם „פֿאָרווערטס” דערציילט איציק גאָטעסמאַן

04.12.2011
דער „פֿאָרווערטס” איז די עלטעסטע ייִדישע צײַטונג אין דער וועלט, זינט 1897 ווערט זי אַרויסגעגעבן אין ניו־יאָרק. הײַנט קען מען לייענען דעם „פֿאָרווערטס” אויך אויף דער אינטערנעץ; פֿאַר סטודענטן און די וואָס לערנען זיך ייִדיש ס’איז דאָ אַ בײַלאַגע, וואָס הייסט „ווײַטער”, יעדע וואָך קען מען זיך צוהערן צו דער פֿאָרווערטס”־ראַדיאָ־שעה און די נײַעסטע בײַלאַגע צו דער צײַטונג איז דער ווידעאָ־קאַנאַל. פֿאַר דער צוקונפֿט האָט מען נאָך אַ סך ווײַטערע אינטערעסאַנטע פּלענער.

ווען חנה ראָזענפֿעלד איז געווען אין ניו־יאָרק, האָט זי באַזוכט די „פֿאָרווערטס”־רעדאַקציע. זי האָט זיך געטראָפֿן מיט איציק גאָטעסמאַנען, און האָט אים געשטעלט אַ פּאָר פֿראַגעס וועגן דעם „פֿאָרווערטס”. איציק גאָטעסמאַן איז דער שטעל־פֿאַרטרעטער בײַם הויפּט־רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער און ער רעדאַגירט די רובריק „די וועלט פֿון ייִדיש”.