יאַנינאַ וווּרבס האָט זיך באַקענט מיט ברכה יניבֿן, אַן איבערגעגעבענער און ענטוּזיאַסטישער פֿאָרשערין פֿון ייִדישער קונסט, צוליב אַ לעקציע אירער אין בערלין.
Prof. Bracha Yaniv © Janina Wurbs 2011 ברכה יניבֿ פֿירט אָן מיטן אָפּטייל פֿון ייִדישער קונסט אין בר־אילן־אוניווערסיטעט אין ישׂראל און גיט אַרויס זייער אַ שיינעם זשורנאַל וועגן ייִדישער קונסט, וואָס רופֿט זיך „
Ars Judaica“.
פֿאַר „נײַע כוואַליעס“ דערציילט פּראָפֿ' יניבֿ וועגן איר פֿאָרשאַרבעט מיט ייִדישער צערעמאָניעלער קונסט. זי איז ספּעציעל פֿאַרינטערעסירט אין אַמאָליקע פּוילישע שולן און גייט רעדן צון אונדז אויף איר מאַמע־לשון, פּויליש־ייִדיש.