טוט אַ קנאַקל אויף דעם הילכער-סימן. דאָרט געפֿינט זיך דער ערשטער טײל פֿונעם שמועס מיט סאַשאַ פּאָליאַנען.
סאַשאַ פּאָליאַן איז געבוירן געוואָרן אין מאָסקווע. זי האָט זיך געלערנט אינעם מאָסקווער מלוכישן אוניווערסיטעט. שטודירט ייִדישע ליטעראַטור אינעם "אינסטיטוט פֿון די לענדער פֿון אַזיע און אַפֿריקע" און פּסיכאָלאָגיע אויפֿן פּעדאַגאָגישן פֿאַקולטעט. סאַשאַ וווינט אין מאָסקווע און ארבעט ווי אַ לערערקע פֿון ייִדיש און העברעיש אינעם מאָסקווער מלוכישן אוניווערסיטעט און אינעם רוסישן מלוכישן הומאַניטאַרן אוניווערסיטעט.
דער המשך פֿונעם שמועס מיט סאַשאַן קענט איר צוהערן אין אַ װאָך אַרום - זונטיק אין קול-פּוילין.
שרײַבט אונדז: hebrew.section.@polskieradio.pl