נײַע כוואַליעס


‫פּראָפֿעסאָר דוד קאַץ וועגן זײַן רײַזע קיין פּוילן 09.08.2009 20,79 MB

דוד קאַץ, דער ‫חשובֿער ‬ ראָש פֿונעם ייִדיש־אָפּטייל אין ווילנע, ליטע, וואָס שטאַמט פֿון אַמעריקע, גיט איבער זײַנע אײַנדרוקן וועגן זײַן נסיעה קיין פּוילן, וואָס ער האָט אונטערגענומען אין יולי. ער איז געווען איינער פֿון די לערערס אינעם זומער־קורס אין שרודבאָרוּוו לעבן וואַרשע. חוץ דעם זינגט ער צוויי פֿון ח.נ. ביאַליקס און ש. טשערניכאָווסקיס לידער אויפֿן אַשקענאַזישן שטייגער. די־אָ מחברים רעכנט מען אַרײַן אין דער שמעטענע פֿון די העברעיש־אַשקענאַזישע שרײַבערס.

נאַט אײַך דעם לינק פֿון פּראָפֿ. קאַצ'ס וועבזײַטל:
http://www.dovidkatz.net/


לאָזט אונדז אײַערע באַמערקונגען און מיינונגען וועגן די "נײַע כוואַליעס"־פּראָגראַמען אויף דעם בליצפּאָסט אַדרעס: hebrew.section@polskieradio.pl

איצט קענט איר אַראָפּלאָדן די 10 לעצטע אוידיציעס פֿון "נײַע כוואַליעס" ווי פּאָדקאַסטן. טוט א קוועטש אויף דער פאדקאסט סעקציע רעכטערהייט.