פּראָפֿעסאָר דובֿ־בער קערלער רעדט וועגן די חסרונות און מעלות פֿון אינטערנעץ. ער פֿירט אַ נעץ פֿון וועב־זשורנאַלן (בלאָגן) געווידמעטע, צווישן אַנדערע, זײַנע און זײַן טאַטנס, יוסף קערלערס, לידער, די לידער פֿון אַמאָליקע פּאָעטן ווי איציק מאַנגער און אויכעט די לעבעדיקע ווי אַבֿרהם סוצקעווער, און די סאַמע הײַנטצײַטיקע. אַחוץ דעם פּראָפֿעסאָר קערלער האָט געשאַפֿן נאָך אַ בימה פֿאַר פֿאַרשפּרייטן דער ייִדישער שפּראַך אינעם יוטיוב־פּאָרטאַל און אויף דעם פּנים־בוך (פייסבוק). דאָרט למשל איז פֿאַראַן אַ גרופּע געווידמעט די "הײַנטצײַטיקע ייִדישע פּאָעטן".
פּראָפֿעסאָר דובֿ־בער קערלערס וועב־פּראָפֿיל אין "בלאָגספאָט" געפֿינט זיך דאָ.
אין אַ וואָך אַרום ס'וועט זײַן דעם המשך פֿונעם שמועס מיט פּראָפֿעסאָר קערלער.
שרײַבט אונדז אין רעדאַקציע: hebrew.section@polskieradio.pl