נײַע כוואַליעס


‏בלאָגערס און בלאָגערקעס אויף ייִדיש 27.12.2009 17,47 MB

פּראָפֿעסאָר דובֿ־בער קערלער (אינדיאַנאַ־אוניווערסיטעט, בלומינגטאָן אין פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע) ענטפֿערט אויף אַ קלאָץ־קאַשע פֿון דער רעדאַקטאָרשע, פֿאַרוואָס אינדעראמתן, פֿאַרנעמט ער זיך מיט (שפּילט ער זיך מיט) שרײַבערײַ אויף דער אינטערנעץ?

פּראָפֿעסאָר קערלער רעכענט אויס אַ פּאָר ‏מחברים פֿון זײַן בלאָגן־נעץ: חײַקע ברוריה וויגאַנד, וועלוול טשערנין, משח לעמסטער, ישראַל נעקראַסאָוו און ‏אויכעט די אַנדערע באַקאַנטע בלאָגערס: קטלא־קניא  און שלום בערגער און דערקלערט, אַז דער אינטערנעץ איז אַן אָרט צו "הענגען" כלערליי מאַטעריִאַלן אויף ייִדיש.

וואָס ס'שייך אינטערנעץ אויך אונדזער אוידיציע "נײַע כוואַליעס" האָט שוין איר אייגענעם אָנהענגערס־זײַטל אינעם פּאָרטאַל פּנים־בוך (פֿייסבוק). מען געפֿינט עס פּשוט: מען קלעפּט אַרײַן אינעם בראַווזער (בלעטערער) אַרײַן דעם אַדרעס:
www.facebook.com/naye.khvalyes

 געשריבן מיטן ייִוואָ־אויסלייג.

און, כּסדר, אויב איר האָט פֿראַגעס, דעות זיך צו טיילן, ספֿקות, איר זײַט ברוגז אויף עפּעס, ביטע שטעלט אין קאָנטאַקט מיט דער רעדאַקציע: ‏
hebrew.section@polskieradio.pl