דאָקטאָר בר קאָטלערמאַן פֿון בר-אילן-אוניווערסיטעט שטעלט פֿאָר די צילן און דעם אינהאַלט פֿונעם נײַעם יאָרבוך "מזרח" אונטער זײַן רעדאַקציע.
דאָס בוך שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ זאַמלונג אַרטיקלען וועגן די אַשכּנזישע ייִדן אויפֿן ווײַטן מיזרח אויף דרײַ שפּראַכן: רוסיש, ייִדיש און ענגליש (אויף־להבא ס'וועט אַרויסגיין אויכעט אויף עבֿריתּ). די אָ זאַמלונג איז ממש אַ חידוש ווײַל די רעדאַקטאָרן שטרעבן אויפֿצולעבן די אַקאַדעמישע פּובליקאַציעס אויף ייִדיש.
שרײַבט אונדז: hebrew.section@polskieradio.pl