זשיל ראָזיע, דער דירעקטאָר פֿון פּאַריזער ייִדיש־צענטער־
מעדעם־ביבליאָטעק, דערציילט ערשטנס וועגן אירע טעטיקייטן. צודערצו, רעדט מען וועגן זײַן מישפּחה און קינדער־דערציונג אויף ייִדיש.
שנית, איז זשיל ראָזיע דער רעדאַקטאָר פֿון
"גילגולים" - אַ צײַטשריפֿט פֿאַר הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור. מען פֿרעגט אים דערוועגן און וועגן די פּרינציפּן און תכנים פֿון די צוויי אַרויסגעגעבענע נומערן.
ענדלעך, די טעמע איז
די ייִדישע־שעה, אַ ראַדיו־אוידיציע, וואָס זשיל ראָזיע פֿירט אָן מיט יעדן דינסטיק אַדורך "ראַדיו־זשע" אין פּאַריז.
די מוזיק באַלייטונג: "צוקונפֿט" פֿון דער קאָמפּילאַציע "איצטיקייט - פֿאַרגאַנגענהייט".
שרײַבט אונדז אַן אָפּרוף אין רעדאַקציע: hebrew.section@polskieradio.pl