ווי האָדעוועט מען אויף קינדער אויף ייִדיש אין אַ גאַנץ וועלטלעכער סבֿיבֿה אין אייראָפּע? וועגן דער קינדער־דערציונג רעדן מיר מיט פּראָפֿעסאָר שמעון נויבערג פֿון טריר (דײַטשלאַנד) און זײַן משפּחה: חנה מיט די 3 טעכטער: טרײַנע (אַלץ 6 מיט אַ האַלבן יאָר אַלט), קריינדל (4 יאָר אַלט) און שפּרינצע (2 מיט אַ האַלבן יאָר אַלט). ווי אַזוי באַמיִען זיך די עלטערן צו שאַפֿן קינדער־ביכער און געפֿינען אַנדערע פֿאַרווײַלונגען אויף ייִדיש?
טרײַנע דערציילט אַ פּאָר טשיקאַווע ייִדיש־קינדער־מעשׂיות. זי פֿאָרט צוזאַמען מיט די שוועסטער און טאַטע־מאַמע קיין פֿאַראייניקטע שטאַטן צו דער ייִדיש־וואָך: אַ יערלעך פֿאָרפֿאַל פֿאַר ייִדיש־ליבהאָבער צו פֿאַרברענגען די צײַט אויף ייִדיש.