קיין גער פֿאָרט מען איין שעה דרום פֿון וואַרשע. ס'געפֿינט זיך דאָרט ניט אַ סך: דער גערער הויף און נאָך אַ בלויער בית־מדרש בנין. זיי שטייען פּוסט אַ גאַנץ יאָר.
אַ מאָל פֿלעגן קומען די גערער חסידים קיין גער אויף יום־טובֿים ־ איצט קומען זיי איין מאָל אַ יאָר מתפּלל צו זײַן בײַ דעם גערער רבינ'ס אוהל און לאָזן בײַ אים אַ קוויטל.
ס'זענען געבליבן נאָר צוויי ייִדן אין גער: וועלוול (פֿעליקס) קאַרפּמאַן היט אָפּ דאָס גוטע־אָרט דאָרט.

פֿעליקס קאַרפּמאַן
שרײַבט אונדז בריוו אין רעדאַקציע: hebrew.section@polskieradio.pl