פֿיליפּ (פֿישל) ביאַלאָוויטש איז איינער פֿון 8 שארית־הפּליטה, וואָס זענען עדות פֿונעם אויפֿשטאַנד אינעם טויט־לאַגער סאָביבאָר. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1925 אין איזשביצע (איזביץ אָדער איזשביץ) אין דרום־מיזרח פּוילן. זײַן גאַנצע משפּחה איז אומגעקומען אין חורבן, נאָר ער און זײַנע 2 ברידער, יעקבֿ און שׂמחה, האָבן זיך געראַטעוועט.
מיט 20 יאָר צוריק האָט פֿיליפּ ביאַלאָוויטש גענומען אויף זיך אַ מיסיע צו דערציילן די געשיכטע פֿונעם טויט־לאַגער סאָביבאָר, וווּ איבער 200 טויזנט מענטשן זענען דערהרגעט געוואָרן דורך נאַציס און זייערע העלפֿערס. דער אויפֿשטאַנד אין סאָביבאָר האָט זיך אויסגעבראָכן דעם 15טן אָקטאָבער 1943 און אַ פֿערטל פֿון 600 אַרעסטאַנטן זענען אַנטלאָפֿן אין די אַרומיקע וועלדער. צווישן זיי איז געווען פֿיליפּ ביאַלאָוויטש און זײַן עלטערער ברודער, שׂמחה. זיי האָבן זיך נאָך דעם באַהאַלטן אין דערפֿער און בײַ אַ פּוילישער משפּחה פּויערים, מאַזורעק. זײַן ברודער האָט עליה געמאַכט קיין ישׂראל און פֿיליפּ ביאַלאָוויטש האָט עמיגרירט קיין אַמעריקע.
ער לעבט אין ניו יאָרק הײַנט. מיט זײַן זון, יוסף, האָט ער געשריבן זײַנע זכרונות פֿון איזשביצע און פֿונעם לעבן אין טויט־לאַגער, סאָביבאָר. זײַן בוך „אַ שבועה פֿון סאָביבאָר“ איז אַרויס אויף ענגליש A Promise at Sobibór: A Jewish Boy’s Story of Revolt and Survival in Nazi-Occupied Poland און אויף פּויליש Bunt w Sobiborze. איצט מאַכט מען אַ פֿילם וועגן זײַן לעבן.
ער איז געווען אַן עד בײַ פּראָצעסן פֿון דער קרימינעל־מאַנשאַפֿט פֿון סאָביבאָר, לעצטנס בײַם איוואַן דעמיאַניוקס פּראָצעס אין מינכען.
קאַטקאַ האָט זיך מיט אים געטראָפֿן בעתן זינגער־פֿעסטיוואַל אין וואַרשע. פֿיליפּ ביאַלאָוויטש קומט אָפֿט קיין פּוילן צו געבן לעקציעס וועגן סאָביבאָר אי פֿאַר יוגנט אי פֿאַר דערוואַקסענע. דאָס מאָל איז ער געווען אַ גאַסט בײַם פּוילישן פּרעזידענט, בראָניסלאַוו קאָמאָראָווסקי. ווער ס׳ווילט זיך דערוויסן מער וועגן זײַן לעבן, קען באַזוכן זײַן וועבזײַט: www.sobiborholocaustsurvivor.org