איוו יאָכנאָוויץ, אַ קאָך־מײַסטערין און אַ ספּעציאַליסטקע אויף דער טעמע „ייִדישע קיך” דערציילט וועגן מאכלים אויף ראָש־השנה. ספּעציעל פֿאַר אונדזערע צוהערערס טיילט זי זיך מיט איר רעצעפּט אויף „רויטן רײַז”. דאָס געשמאַקע ראָש־השנהדיקע מאכל, רײַז מיט בוריקעס, שטאַמט פֿון דער טראַדיציאָנעלער קיך פֿון די איטאַליענישע ייִדן.
האָט הנאה בײַם קאָכן און מיט אַ גוטן אַפּעטיט!
מיר ווינטשן אַלע טײַערע צוהערערס און פֿרײַנד אַ גוט, זיס און געזונט נײַיאָר 5772!