מיר טרעפֿן זיך אין אָקספֿאָרד (ענגלאַנד) מיט טאָם טירני, ווער דערציילט אונדז, וואָסערע מעגלעכקייטן האָט מען כּדי זיך צו לערנען ייִדיש דאָרטן און וועגן אַ סעמינאַר געווידמעט אַלטער ייִדישער ליטעראַטור. עס קומט פֿאָר אינעם צענטער פֿאַר ייִדישע לימודים אין אַזוי־גערופֿענעם יאַרנטאָן־מיינאָר, 2 מילעס אַוועק פֿון דער שטאָט.
אויפֿן בילד: יאַרנטאָן־מיינאָר, דאָרט געפֿינט זיך די זייער רײַכע ביבליאָטעק מיט ייִדישע אוצרות. אויפֿגענומען דורך טאָם טירני.