וויווי לאַקס (ערשטע פֿון רעכטס) מיטן קלעזמער־קלוב
וויווי לאַקס איז אַ מוזיקער, מוזיקאָלאָג און זי זינגט אין אַ קלעזמער־גרופּע „קלעזמער־קלוב” געגרינדעט אין לאָנדאָן.


קאַטקאַ מאַזורטשאַק רעדט מיט וויווי לאַקסן וועגן די לידער פֿון זייער אַלבום „ווײַטשעפּל”. ‏ טייל פֿון זיי זענען זייער אָריגינעלע טעקסטן וואָס וויווי האָט געפֿונען בשעת איר פֿאָרשונג פֿאַר איר דאָקטאָר־אַרבעט.

מיר רעדן אויך וועגן די ייִדישע קהילה אין לאָנדאָן. זי אַליין שטאַמט פֿון ליווערפּול, פֿון חסידישער משפּח און זי רעדט וועגן אירע פּוילישע וואָרצלען.



די לידער זענען פֿונעם אַלבום „ווײַטשעפּל”.