יעלענאַ שמולענסון און אַלען לויִס (אהרון לייבֿ) ריקמאַן זענען אַקטיורן, אַ פּאָרפֿאָלק אין לעבן און אָפֿטמאָל אויך אויף דער בינע אין טעאַטער אָדער אין פֿילם.
זיי האָבן, צווישן אַנדערע, געשפּילט אינעם באַוווּסטן פֿילם פֿון די ברידער קאָען: „אַן ערנסטער מענטש”,
„A serious man” און האָבן מײַסטערדיק געשטאַלטיקט זייערע ראָלעס אויף ייִדיש אין דער סצענע בײַם אָנהייב פֿונעם פֿילם.
יעלענאַ שמולענסון און אַלען לויִס ריקמאַן, זייער טאַלאַנטירטע, שעפֿערישע מענטשן, שפּילן אויף ייִדיש, ענגליש און אַנדערע שפּראַכן אין טעאַטער, אין קינאָ־פֿילמען און אין טעלעוויזיע־פּראָגראַמען.
יעלענאַ שמולענסון האָט געשפּילט אויך אינעם איוו אַנענבערגס פֿילם „
ראָמעאָ און דזשוליעט אויף ייִדיש” און אַלען לויִס ריקמאַנס נײַעסטע ראָלע איז אויף בראָדוויי אין אַ פּיעסע, וואָס הייסט: „Relatively Speaking”; ס’זענען קאָמעדיעס אין דרײַ אַקטן פֿון עטאַן קאָען, עלען מײַ און וווּדי אַלען.