חנה פּאָלין-גלאַי איז אַן אַקטיווע ייִדישיסטקע אינעם זייער וואַזשנעם געביט פֿון קינדער־עדוקאַציע אויף ייִדיש. זי לערנט ייִדיש זינט 2005, ערשטנס אין לאָס־אַנדזשעלעס, איצט אין ישׂראל, סײַ קינדער און סײַ דערוואַקסענע. מיט איר מאַן, אַסף גלאי, זענען זיי ביידע דערציִערס פֿאַר קינדער אין תל־אַבֿיבֿ און טאַטע־מאַמע פֿאַר קליינע רותּי. איצט לערנט חנה אינעם בן־גוריון־אוניווערסיטעט אין דרום־ישׂראל, דאָרט פֿירט זי אויך איר דאָקטאָראַט־פֿאָרש־אַרבעט.
פֿון 2006 האָט זי אָנגעפֿירט אין
לייוויק־הויז מיט דעם „
קינדערוועלט” - אַ ייִדיש לעקציעס פֿאַר קינדער פֿון דעם געגנט. ווייניק צײַט זיצן קינדער אין חנהס קלאַסן, ס׳רובֿ צײַט לערנען זיי זיך דורך שפּילן פֿאָרשטעלונגען און אַפֿילו פֿילמען, וואָס חנה האָט אַליין רעזשיסירט. דער ערשטער איז געווען „
פּורים־שפּיל” מיט 5 יאָר צוריק.
קאַטקאַ מאַזורטשאַק כאַפּט אַ שמועס מיט חנען וועגן איר פּעדאַגאָגישער מעטאָדיק און וועגן איר לערן־בוך פֿון קאָמוניקאַטיוון לערנען קינדער ייִדיש אויף ייִדיש.