• אַ געשפּרעך מיט דודי רינגעלבלום פֿון אויסטראַליע
  • Audio9.15 MB
  • 14.12.2011
דוד (דודי) רינגעלבלום וווינט אין מעלבורן אין אויסטראַליע. ער איז אַ דאָקטאָר פֿון משפּחה־מעדיצין און אַ פֿאָטער פֿון דרײַ קינדער. צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי, רות באָלטמאַן, דערציען זיי זייערע קינדער אויף ייִדיש. 

פֿאַר אונדזערע צוהערערס דערציילט דודי רינגעלבלום וועגן דעם ייִדישן לעבן אין אויסטראַליע, וועגן דער לאַגע פֿון ייִדיש אין מעלבורן, וועגן אויסבילדונגס־מיגלעכקייטן און קינדער־דערציונג אויף ייִדיש.

 דודי רינגעלבלום שטאַמט פֿון אַ בונדישער משפּחה, זײַנע עלטערן זענען געבוירן געוואָרן אין וואַרשע. צוזאַמען מיט די עלטערן האָט ער באַזוכט פּוילן 1991 און, ווי ער זאָגט,  ס’איז געווען פֿאַר אים אַ גרויסע אַנטפּלעקונגנ, ער האָט זיך אַ סך געלערנט וועגן זײַן פֿאָלקס־געשיכטע און זײַן פּערזענלעכער משפּחה־געשיכטע.