מיר פּרעזענטירן „אַ האַרבסט־מעשׂהלע” פֿון לעאָן עלבע (לעאָן באַסיין) אין באַאַרבעטונג פֿון חנה ראָזענפֿעלד. דאָס מעשׂהלע איז דערשינען 1921 אין ניו־יאָרק אינעם בוך „פֿון די קליינע קינדערס וועגן”.
הערט זיך צו צו דער מעשׂה וועגן די צוויי בלעטער פֿונעם האַרבסטלאַנד, וווּ ס’איז קאַלט און בייזע ווינטן הוליען. די צוויי בלעטער: דאָס געלע און דאָס רויטע, האָבן באַגערט צו זען דאָס ווײַטע גרינלאַנד, וווּ ס’איז אייביק וואַרעם און גרין.
צי וועט זייער חלום ווערן וואָר?